איך װיל רעדן ייִדיש װי טובֿיה דער מילכיקער.
זײַן ייִדיש איז רײַך מיט פּסוקים, און נאָך בעסער, פֿאַרשפּיצטע װיצן על־סמך פּסוקים. יעדער זאַץ איזאַן אױספּרוּװ פֿון דעם צוערערס ידיעות, און אַ באַרימערײַ. אמת, אַ ייִד איז לאַװ־דװקא אַ מלומד. אַ מאָל פּלאָנטערט מען זיך, שטאָלץ און אָן שום מורא.
װערטער פֿון לשון־קודש נעמט די אָ מליצה אַרײַן אָן גרענעץ, װי אַ טײל פֿון ייִדיש.
מע מוז אַרײַנמישן טראַדיציאָנעלע עמאָציאָנעלע אױסדרוקן װוּ נאָר צוגעפּאַסט: „גאָט צו דאַנקען“, „קײן עין־הרע“ֿ, „אַדרבא“, „עליו השלום“, „מע זאָל געניט װערן“ און אַזױ װײַטער. אַ שפּראַך איז נישט נאָר אַ מיטל פֿון איבערשיקן אינפּאָרמאַציע. אױב דאָס איז װאָס מען װיל, קען מען רעדן דײַטשיש צי ענגליש צי אַבי װאָסער שפּראַך.
מע ניצט װערטער פֿול מיט ייִדישן געפֿיל, אָן מורא פֿון „װאָס װעלן זאָגן די גױם?!“.װערטער װי „דבֿר־אחר“, „אותו־האיש“, „בלינדע־נאַכט“, „תּיפֿלה“, „עשׂו“, און אַזױ װײַטער זײַנען געװײנטלעך בײַ אונדז מין מױל און נישט די בלײַכע עקװיװאַלנטן גענומען בדרך־כּלל פֿון אַנדערע שפּראַכן װי „יעזוס“. „גױ“, „שיקסע“ און װען געניצט מיט שפּאָט זײַנען װערטער װי „שײַגעץ“ אַ טריט צו װײַט—מען װיל נישט מגזם זײַן—אָבער סײַ װי סײ טאָר מע נישט שפּעטן קײנעם. ייִדן אין דער אַלטער הײם האָבן געלעבט זײַט בײַ זײַט מיד גױם, נישט מיט גרױסן פֿײַנט אָדער ליבע נאָר מיט אַ ביסל חשש אין נישט־צו־נאָענט שכּנות. פֿאַרבאָרגן דאָס אָ אונטער אַ מאָדערנעם ליבעראַלן אוניװערסאַליזם פֿאַרראָט די אָ היסטאָריע—הגם איך אַלײן האַלט בײַ די מאָדערנע פּרינציפּן.
ס׳איז דאָ הײַנט אַ טענדענץ אַרױסצורעדן העברעיִשע װערטער אין מיטן ייִדיש, למשל תּנ״כישיע פּסוקים, אין אַן ישׂראלער אַקצענט, אַפֿילו פּסוקים װאָס זײַנען בשום אופֿן נישט מאָדערן; מיר הערן דאָס אַפֿילו פֿון גוט־באַהאַװענטע פאָרשערס און לערערס. די סיבה: מע באַנעמט העברעיִש װי ממש אַן אַנדער שפּראַך פֿון יִידיש, און הײַנט צו טאָגס רעדט מען העברעיִש לױט מינהג־ישׂראל. דאָס איז אַ שרעקעניש: פּסוקים זײַנען תּמיד קעקומען אין מיטן די רײד פֿון ייִדן, און די פּסוקים זײַנען אַ נאַטירלעכן טײל פֿון אונדזער שפּראַך.
איך לױף נאָך נאָך כּלל־ייִדיש װי אַ דיקדוק־פֿאַנאַטיקער, אָבער דאָס איז נאָר מחמת דעם אַז כּלל־ייִדיש איז דער אײנציקער װאַריאַנט מיט לערנביכער און קורסן און נאָך אױסקלײַבן אַ דיאַלעקט, מוז מען רעדן אים קלאָר און קאָרעקט. אױב איך װאָלט געקענט זיך לערנען עפּעס אַ היגיקן דיאַלעקט װי װאַרשאַװער צי װילנער ייִדיש, אפֿשר װאָלט איך רעדן דעם.
אַ כּלל־שפּראַך איז אַ ניצלעכער אױסטראַכט: זי פֿאַרגרינגערט דאָס זיך לערנען און די קאָמוניקאַציע. אָבער אין דעם פֿעסל האָניק זיצט אַ לעפֿל דזשעגעכץ. די ייִדישיסטן האָבן געקעמפֿט קעגן דײַטשמעריזמען װאָס פֿאַרװאַסערן דאָס יחידישקײ ט פֿון ייִדיש, אָבער מיט דער מיזרח־אײראָפּעיִשער נאַציאָנאַליסטישער שיטה פֿון סטאַנדאַרטיזאַציה האָבן זײ אױך, דרך־אַגבֿ, פֿאַרװאַסערט די קולטורעלער רײַכקײַט פֿונעם מאַמע־לשון.
די ערגסטע זײַנען געװען די סאָװיעטישע ייִדישיסטן, װאָס האָבן אױסגעמיטן ייִדישע־טעמעס פֿאַר אַלגעמײנע װעגן. איך האָב נישט פֿײַנט װעלדער און ליבע, אָבער װעגן די קען איך זיך באַניצן אױף מיט דײַטשיש, קעלנער דײַטשיש, באָהעמישע דײַטשיש, צײַ װאָסער זאָל נישט זײַן פֿון אַ טוץ אַנדערע דײַטשישע װאַריאַנטן שױן אָפּגערעדט פֿון אַ טױסנט אַנדערע שפּראַכן.
ייִדישיסטן האָבן געטענהט אַקעגן ציוניזם אַז זײ װאַרפֿן בכּיװוּן אַװעק די רײַכקײט צװײ טױזנט יאָר יידישע קולטור, האַלטנדיק בײַ זײ נאָר תּנ״כישע קטולטור, װאָס די ייִדישיסטן אַלײן האַבן נישט פֿאַרלױרן. אָבער אַז די ייִדישסטן װאַרפֿן אַװעק די הײמישע ייִדישע קולטור פֿאַר אוניװערסאַליזם װעגן, בלײַבט בײַ זײ גאָרנישט.